שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט"א געפראוועט געווארן אין תלמוד תורה עבודת משולם פייש – מאנסי
דעם פארגאנגענעם פרייטאג ויקה"פ איז געפראוועט געווארן בין כותלי מוסדותינו הק' אין מאנסי די געהויבענעם שמחה בבית צדיקים, די שמחת האפשערן פונעם אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, הילד החשוב יצחק אייזיק סג"ל ני"ו מתלמידי המוסדות, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' שליט"א.
די מעמד האט זיך אנגעפאנגען פרייטאג אינדערפרי שעה'ן ווי די קינדער האבן שוין אפגעווארט די געהויבענע בני משפחה אין חדר האוכל שע"י בנין המוסדות אינטער די אויפזיכט פון די געטרייע און איבערגעגעבענע מלמדים, צום ערשט האבן די קינדער געזינגען אינאיינעם אפאר ניגוני שמחה אנגעפירט דורכ'ן געטרייע סגן מנהל הרב משה מרדכי שטיינבערגער שליט"א.
דערנאך האט די חאלאקע אינגל געזאגט די אלף בית, צוזאמען מיט'ן מלמד מומחה רבות בשנים הרב חיים ראטטענשטיין שליט"א, מלמד כתה א' במוסדותינו הק', דערנאך האט מען געזינגען נאך אפאר ווארימע ניגונים
דערנאך האט הגה"צ די רב שליט"א געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים און עוסקים במלאכת הקודש, דערנאך זענען אלע קינדער אדורך געגאנגען געבן לחיים, און דער רב האט פארטיילט לקח פאר אלע קינדער.
תיכף דערנאך זענען אלע קינדער אהיים געגאנגען, ווען בשעת דעם שטייט די רב שליט"א און קוקט זיך צו מיט א קענטיגע הנאה צו זעהן ווי די לעכטיגע קינדערלעך גייען אהיים אזוי איידל און באשיידן, ווי עס פאסט פאר קינדער וואס גייען און די הייליגע רבי'ס מוסדות, דער רב איז אויך ארויף אויף די באסעס צו זעהן ווי אזוי די קינדער פירן זיך אויף.
די שמחה האט איבערגעלאזט גאר שטארקע חיזוק פאר די לעכטיגע תלמידים אנצוגיין ווייטער אויפן הייליגן דרך וואס מיר האבן מקבל געוועהן פון רביה"ק זי"ע, און ווי עס פירט אונז ווייטער אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו שליט"א צו שטייגן און וואקסן מעלה מעלה בתורה ויראת שמים ומדות טובות.
דער אייבערשטער זאל העלפן די שמחה זאל זיך ווייטער ציען, און די רב זאל זעהן אסאך נחת פון דעם קינד און אלע קינדער געזונטערהייט.
אן עקסטערע ברכה פארן ראש בית אב אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו שליט"א, ער זאל ווייטער זעהן אסאך תענוג ונחת פון דעם אייניקל און פון אלע קינדער און אייניקלעך, און פון די לעכטיגע תלמידים הקרויים בנים, און ווייטער קענען פירן די עדה הקדושה על מי מנוחות, און אונז אנטקעגן פירן משיח צדיקנו בב"א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו! |