מתאחדת - דינסטאג צו תשפ"ו #1094

Top Banner
  • ichud

דברות קודש בעת רעוא דרעוין

שב"ק פרשת ויקרא תשפ"ו

צו הערן

דברות קודש לתלמידי הישיבה

אצל מסיבת לחיים לרגל סיום זמן החורף - ר"ח ניסן

בהיכל הישיבה גדולה אור החיים בקריתינו הק'

צו הערן

שיעור כללי בהלכות:

נקיון הבית - פסח'דיג מאכן די שטוב

ע"י הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו הק' קרית יואל שליט"א

בהיכל בית מדרשינו - ועל לייוו הוק אפ על קול איחוד טאהש - א' צו

צו הערן

שיעור כללי בהלכות:

הגעלת כלים - טבילת כלים - שמות לגניזה

ע"י הרה"ג דומ"ץ דקהלתינו הק' קרית יואל שליט"א

בהיכל בית מדרשינו - ועל לייוו הוק אפ על קול איחוד טאהש - ב' צו

צו הערן

הרה"ג ר' יואל פילאפף שליט"א

מו"ץ בקריתינו הק'

בדיני ומנהגי ליל הסדר - א' פר' צו

צו הערן

הרה"ג ר' יוסף חיים לייפער שליט"א

מגי"ש בבית מדרשינו בארא פארק

על הפרשה - א' צו

צו הערן

הרה"ג ר' ישראל יצחק אייזיק לאבין שליט"א

מגי"ש על קול איחוד

בספה"ק בית ישראל דרוש לפסח - ב' צו

צו הערן

קהל אור החיים

  • moduos
  • moduos

 

קרית טהאש

  • moduos

 

מאנטריאל

  • moduos

 

וויליאמסבורג

  • moduos

 

מאנסי

  • moduos

 

תלמוד תורה עבודת משולם פייש - מאנסי

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

 

קרית יואל

  • moduos
  • moduos

 

סדר היום לחג הפסח ח"א - פנימי

  • moduos
  • moduos

געהויבענע תפילת שחרית ומסיבת לחיים בהיכל ישיבה גדולה אור החיים - בראשות כ"ק רבינו שליט"א נשיא הישיבה


דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג ויקרא - ר"ח ניסן אין די פריע צופרי שעה'ן, איז כ"ק מרן רבינו שליט"א ערשינען בהיכל ישיבה גדולה צו דאווענען א געהויבענע תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידים. צום עמוד איז צוגעגאנגען החתן אלימלך ב"ר יצחק אייזיק שלום סג"ל קרויס ני"ו, דער רבי האט געדאווענט 'הלל' פארן עמוד מיט גרויס התעוררות.

ביים ליינען האבן עולה געווען: כהן הב' שמעון בה"ר נחמן כהנא ני"ו, לוי כ"ק רבינו שליט"א, שלישי דער מנהל הרה"ג ר' שמעון יחיאל ראטה שליט"א, רביעי הרב מרדכי הערשקאוויטש שליט"א משגיח.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א שיינע מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש איבער אויפשטיין פארטאגס, און דאווענען מיט א ברען אזוי ווי ווען מען איז אין ישיבה, און וויאזוי אויסצונוצן די טעג פון חודש ניסן.

דערנאך האט דער רבי פארטיילט לקח און ברוינפן פאר אלע תלמידים, מיט ספעציעלע קארטלעך זיך צו צייכענען במשך די ימי בין הזמנים, וואו מען שטייגט ווייטער בעבודת השי"ת. דערנאך זענען די בחורים אריבער זיך געזעגענען ביים רבי'ן.

 

רבינו שליט"א מיט פאטערליכע הדרכה פאר תלמיד הישיבה

  • mamudim

 

ביים משמיע זיין דברות קודש והדרכה נאמנה לימי בין הזמנים

  • mamudim
  • mamudim

 

ביים איבערקוקן און פארטיילן די קארטלעך פאר די בחורים זיך צו צייכענען במשך ימי בין הזמנים

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 


שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט"א געפראוועט געווארן אין תלמוד תורה עבודת משולם פייש – מאנסי


דעם פארגאנגענעם פרייטאג ויקה"פ איז געפראוועט געווארן בין כותלי מוסדותינו הק' אין מאנסי די געהויבענעם שמחה בבית צדיקים, די שמחת האפשערן פונעם אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, הילד החשוב יצחק אייזיק סג"ל ני"ו מתלמידי המוסדות, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' שליט"א.

די מעמד האט זיך אנגעפאנגען פרייטאג אינדערפרי שעה'ן ווי די קינדער האבן שוין אפגעווארט די געהויבענע בני משפחה אין חדר האוכל שע"י בנין המוסדות אינטער די אויפזיכט פון די געטרייע און איבערגעגעבענע מלמדים, צום ערשט האבן די קינדער געזינגען אינאיינעם אפאר ניגוני שמחה אנגעפירט דורכ'ן געטרייע סגן מנהל הרב משה מרדכי שטיינבערגער שליט"א.

דערנאך האט די חאלאקע אינגל געזאגט די אלף בית, צוזאמען מיט'ן מלמד מומחה רבות בשנים הרב חיים ראטטענשטיין שליט"א, מלמד כתה א' במוסדותינו הק', דערנאך האט מען געזינגען נאך אפאר ווארימע ניגונים

דערנאך האט הגה"צ די רב שליט"א געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים און עוסקים במלאכת הקודש, דערנאך זענען אלע קינדער אדורך געגאנגען געבן לחיים, און דער רב האט פארטיילט לקח פאר אלע קינדער.

תיכף דערנאך זענען אלע קינדער אהיים געגאנגען, ווען בשעת דעם שטייט די רב שליט"א און קוקט זיך צו מיט א קענטיגע הנאה צו זעהן ווי די לעכטיגע קינדערלעך גייען אהיים אזוי איידל און באשיידן, ווי עס פאסט פאר קינדער וואס גייען און די הייליגע רבי'ס מוסדות, דער רב איז אויך ארויף אויף די באסעס צו זעהן ווי אזוי די קינדער פירן זיך אויף.

די שמחה האט איבערגעלאזט גאר שטארקע חיזוק פאר די לעכטיגע תלמידים אנצוגיין ווייטער אויפן הייליגן דרך וואס מיר האבן מקבל געוועהן פון רביה"ק זי"ע, און ווי עס פירט אונז ווייטער אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו שליט"א צו שטייגן און וואקסן מעלה מעלה בתורה ויראת שמים ומדות טובות.

דער אייבערשטער זאל העלפן די שמחה זאל זיך ווייטער ציען, און די רב זאל זעהן אסאך נחת פון דעם קינד און אלע קינדער געזונטערהייט.

אן עקסטערע ברכה פארן ראש בית אב אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו שליט"א, ער זאל ווייטער זעהן אסאך תענוג ונחת פון דעם אייניקל און פון אלע קינדער און אייניקלעך, און פון  די לעכטיגע תלמידים הקרויים בנים, און ווייטער קענען פירן די עדה הקדושה על מי מנוחות, און אונז אנטקעגן פירן משיח צדיקנו בב"א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו!

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • simcha
  • simcha
  • simcha
  • nichum
  • muzon
uyh@ichudtosh.com ichudtosh - donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info Add name to book Phone Book
Manage Preferences/Unsubscribe
Developed by Quickwit TechIchud