כִּי אָמַרְתִּי עוֹלָם חֶסֶד יִבָּנֶה:
גייסטרייכע מאמענטן ביי עלעגאנטער מסיבת הכרת הטוב פאר וואלונטירן פון 'חסד דטאהש'
א הערליכער צוזאמקום איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם דאנערשטאג פרשת חקת-בלק פאר די צענדליגער וואלונטירן פון "חסד דטאהש", אפצוצייכענען גאנצע 25 יאר – א האלבן יובל – זינט די ארגאניזאציע העלפט ארויס חולי ישראל ומשמשיהן מיט וועגן פון און צום שפיטאל, וואו מ'האט אנערקענט אין דער עבודת הקודש פון די יונגעלייט, און געגעבן חיזוק אויף ווייטער.
דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אינעם הערליכן "לע ליווינג רום" זאל אין מאנטריאל, ווערנדיג באשיינט דורך הגאון הגדול דומ"ץ קריתינו הק' שליט"א, און הרה"ג ר' יונה פישער שליט"א, מו"ץ בקריתינו הק'.
דער גאנצער פלאץ איז געווארן מאיעסטעטיש אהערגעשטעלט, מעשה ידי אומן פון מוה"ר זאנוויל יונגרייז הי"ו. א שיינער אָרקעסטער האט געהויבן די געמיטער, און א פולער מעניו איז סערווירט געווארן ארום רייך-געדעקטע טישן.
געעפנט דעם אוונט האט דער בארימטער פה מפיק מרגליות מוה"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, וועלכער האט געהאלטן דעם עולם צוגענאגלט מיט זיינע טרעפליכע ווערטער און בליציגע געדאנקען.
ער האט צווישן אנדערן ארויסגעהויבן דעם הצנע-לכת'דיגן חסד וואס די חשוב'ע וואלונטירן טוען, ווען אָן קיין שום פרסום רייסן זיי אוועק א שעה-צוויי וואס זיי וואלטן רואיג געקענט נוצן פאר זיך, און אנשטאט מאכן זיי א טריפ צום שפיטאל פאר א צווייטן איד, ווייל אלע אידישע הערצער זענען פארבונדן און שפירן איינס דעם אנדערן. ער האט אויך געשילדערט דעם אומעט וואס הערשט צווישן די קאלעמוטנע שפיטאל-ווענט, און גערופן אז מ'זאל נישט ווארטן ביז דער לעצטער מינוט צו נעמען א טריפ, נאר ווי פריער מ'אקצעפטירט עס, מאכט עס אזויפיל גרינגער פאר'ן חולה.
אין א שטארק-עמאציאנעלן אויפטריט האט הר"ר אלחנן חיים כ"ץ שליט"א גענומען דעם מייקראָפאָן. אלס עמיצער וואס האט זעלבסט נהנה געווען פון "חסד דטאהש" האט ער געוואלט קומען אויסדריקן זיינע געפילן פון הודאה. ער האט טרעפליך ארויסגעברענגט ווי די טריפס פון חסד זענען צום אלעם ערשט אן אומגעהויערע פינאנציעלע הילף, אבער ס'איז פיל מער פון דעם – ס'איז דאס געפיל אז מ'איז נישט אליין; אנדערע מענטשן וואס קענען אים אפילו נישט זענען גרייט אוועקצוגעבן אזויפיל. ער האט אויך אויפגעוויקלט ווי כאטש פונדרויסן קען אמאל אויסקוקן א טריפ נישט-וויכטיג, קען עס אבער פאר'ן באטרעפנדן מיינען זיין גאנצע שבת.
ס'האט אויך גערעדט מוה"ר משולם פייש ליעבערמאן הי"ו, עומד בראש פון 'חסד', זון פון להבחל"ח אונזער אלעמען אומפארגעסליכן הרה"ח ר' משה לייב ליעבערמאן ז"ל, וועלכער האט געגרינדעט די ארגאניזאציע. ער האט דערמאנט די חסד וואס זיין טאטע ע"ה האט געטון אויפ'ן טאהשער נוסח – נישט מיט קיין פרסום, נישט מיט קיין זייטיגע חשבונות, בלויז ווייל א איד דארף הילף, איז מען אים דא צו העלפן. ער האט אויך מיטגעטיילט די לעצטע דערגרייכונגען פון חסד און די וויזיע פאר דער צוקונפט. אויסער מאכן טריפס איז חסד א שירעם-ארגאניזאציע פאר מערערע פראיעקטן וואס קענען נאר גרינגער מאכן פאר חולי ישראל און זייערע משפחות, און וואו מ'זעט נאר עפעס וואס קען דינען דעם צוועק, איז "חסד דטאהש" גלייך דארט.
מוה"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו האט אויך ארויפגערופן און געטיילט ספעציעלע פּלעג"ס פאר די איבערגעגעבענע וואלונטירן וועלכע האבן גענומען די מערסטע טריפס דורכאויס'ן יאר, די געטרייע דיספעטשער"ס וועלכע גיבן זיך אוועק יומם ולילה, און די חברי הוועד וועלכע שטייען אין שפיץ פון דער ארגאניזאציע.
צום שלוס איז פארגעקומען א פילפארביגער פּאנעל דורך דריי חסד וואלונטירן: מוה"ר זעליג ראטענבערג הי"ו, מוה"ר שלמה זלמן בלום הי"ו, און מוה"ר יואל זוסמאן פריעד הי"ו. וואו זיי האבן דערציילט וואס דאס באדייט צו זיין א חסד מעמבער, יעדער פון זיין קוק-ווינקל, מיטטיילנדיג מערקווירדיגע עפיזאדן און אבזערוואציעס פון דורכאויס די יארן.
דער ציבור האט געדאוונט מעריב און דערנאך געמאכט דעם וועג אהיים מיט באנייטע כוחות און פרישע גאזאלין אין זייער הייליגער ארבעט.
ס'איז געווען א נאכט צום געדענקען! |