רבינו שליט"א באזוכט ביי מתמידים "גירסא דינקותא" אין קריתינו הק'
דעם מיטוואך פר' פנחס נאכמיטאג האט רבינו שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביי די חברה מתמידים "גירסא דינקותא" אין די היכל ביהמ"ד פון תלמוד תורה פאר די עלטערע כיתות פון תלמוד תורה, וואו די קינדער קומען זיך צוזאם מרצונם הטוב יעדע נאכט אין די יעצטיגע לאנגע זומער טעג, און געבן אוועק פון די אייגענע צייט צו לערנען די הייליגע תורה, אין די היכל ביהמ"ד הילכעט אפ מיט א רוישיגע קול תורה.
דער רבי האט ארומשפאצירט צווישן די תלמידים און געשעפט הויפענעס מיט נחת ווי די קינדער לערנען אזוי פלייסיג און נוצן אויס די צייט ווי עס דארף צו זיין.
די מתמידים ווערט אנגעפירט דורך הרב אברהם לייב ראזענבוים שליט"א מנהל חברת תהלים דקריתינו הק', און ספעציעלע בוחנים זיצן גרייט צו העלפן, וכל דבר קשה מביאון אליהם, אזוי אויך פארהערן זיך די קינדער בלעטער גמרא תוספות ביי די ספעציעלע בוחנים, און נאך זוממער וועט אי"ה פארטיילט ווערן מתנות, כמתן שכרן בצדן פאר אלע קינדער וועלכע פארהערן זיך די גמרות וואס מען האט געלערנט.