הערליכע חומש סעודה פארגעקומען פאר ילדי כתה א' אין תלמוד תורה בית יודא
דעם פארגאנגענעם עש"ק שלח איז פארגעקומען די גרויסארטיגע מעמד חומש סעודה פאר ילדי כתה א' פונעם תלמוד תורה בית יודא אין קריתינו הק'. די מעמד איז פארגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול אין קריתינו הק', בראשות הוד כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א, מיט די השתתפות פון אלע עלטערן און זיידע'ס פון די לעכטיגע צאן קדשים. די ביהמ"ד איז געווען מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט, מיט 3 שטאקיגע סטעידש פאר די חתני התורה.
דער מנהל הרב ישעי' סג"ל קרויס שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע ווערטער, איבער די גרויסקייט פון די צייט ווען מען הייבט אן לערנען די הייליגע תורה, אזוי אויך איבער די שטארקע חשיבות פון די עלטערן וועלכע פאלגן אויס די תקנות התלמוד תורה. מען האט געזינגן פאסיגע ניגונים, און אנגעהויבן לערנען די הייליגע תורה.
דערנאך האט דער רבי געטיילט א הערליכע תהלים מיט א שטיקל מזונות פאר אלע קינדערלעך. דערנאך האבן די קינדער געטאנצן מיט די מלמדים, דערנאך מיט די עלטערן און זיידע'ס.
א ספעציעלע יישר כח בשם די הנהלת הת"ת פאר די חשוב'ע מלמדים וועלכע האבן אריינגעלייגט אזויפיל כוחות להצלחת המעמד, בראש וראשון פארן מנהל שליט"א, און פאר די מלמדים הרב אשר וויינבערגער הי"ו, הרב אהרן אלעזר סג"ל יונגרייז הי"ו, און הרב אהרן וואלף ברייער הי"ו. אזוי אויך פאר די עוזרים הרב הערשל פריעדמאן הי"ו, הרב ארי' לייב ראטענבערג הי"ו, און הרב אברהם כהן הי"ו, און א ספעציעלע יישר כח פאר מוה"ר שמואל צבי ווייס הי"ו פארן צושטעלן די ביהמ"ד הגדול טראץ די פארנומענע ערב שבת קודש.
בילדער
די חתני התורה אויפן הערליכן בימת הכבוד |