מתאחדת - מיטוואך וארא תשפ"ו #1067

Top Banner
  • parnes
  • ichud

הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו קרית יואל שליט"א

בבית מדרשינו קרית יואל

בהלכות שבת בהקדם שיעור בפירוש התפלה - ג' וארא

צו הערן

הרה"ג ר' אלימלך סג"ל לאווען שליט"א

ר"מ ומשפיע בישיבה גדולה אור החיים בקריתינו הק'

מוסר ואגדה - ג' פר' וארא

צו הערן

הרה"ג ר' מרדכי בעריש מערמעלשטיין שליט"א

ר"מ ומשפיע בישיבה קטנה תפארת משולם פייש - קרית יואל

בספה"ק ליקוטי אמרים תניא - ד' וארא

צו הערן

הרה"ג ר' אברהם שלמה פאפלאנאש שליט"א

מגיד שיעור על קול איחוד

על הפרשה - ד' וארא

צו הערן

הרה"ג ר' מענדל סג"ל גאלדשטיין שליט"א

מנהל ישיבה קטנה תפארת משולם פייש - קרית יואל

סעודה שלישית פר' שמות - בהיכל ישיב"ג תורת משולם פייש

צו הערן

הרה"ח ר' מנחם מענדל ניימאן הי"ו

סיפורי צדיקים - מוצש"ק שמות

בהיכל ישיבה גדולה אוה"ח

צו הערן

בית הוראה

  • moduos

 

קרית טאהש

  • moduos
  • moduos

 

ישיבה גדולה אור החיים בקריתינו הק'

  • moduos
  • moduos

 

תלמוד תורה עבודת משולם פייש - מאנסי

ספעציעלע בראשור לקראת די ראפעל קאמפיין לטובת המוסדות

דרוקט אויפן דעקל צו עפענען

מעכטיגע קנאת סופרים שטעלט זיך ארויס ביים מכירת הזכותים לקראת דעם בעפארשטייענדן 'שבת חבורתא קדישתא' בנוכחותו פונעם ריש מתיבתא קדישא כ"ק מרן רבינו שליט"א בעת דעם ביקור בהיכל הישיבה בעפארן אפרייזן למנוחת הנפש

דעם פארלאפענעם מאנטאג שמות העעל"ט האבן די תלמידי הישיבה געהאט די געהויבענע זכי' אז מרן רבינו שליט''א איז געקומען לבקר בהיכלו, און אפרעכטן אינאיינעם א תפלת שחרית הארט איידערן אפרייזן למנוחת הנפש.

מרן רבינו שליט"א איז ערשינען צו תפלת שחרית דעם פארלאפענעם מאנטאג אינדערפרי, ווי מען האט אינאיינעם געדאווענט א אויסנאם התלהבות'דיגען תפלת שחרית בכוונה יתירה, און נאכן דאווענען זענען די תלמידים אריבער כבקרת רועה עדרו ביי מרן רבינו שליט"א זיך געזעגענעדיג בעפארן אפרייזן למנוחת הנפש.

דאן האט זיך אפגעשפילט דאס אומערווארטעטע, ווען הרה"ג המנהל שליט"א האט פארבעטן פון מרן רבינו שליט"א צו פארבלייבן נאך עטליכע מינוטן, מיטצוהאלטן די השתוקקות פון די געטרייע תלמידים ללימוד התורה, די מנהל שליט''א האט דאן אנגעהויבן צו פארקויפן די זכותי השבת, אויף וואס די בחורים צווישן זיך האבן געצויגן אויף העכער און מערערע שעות תורה אדער דפים גמרא, ווי אלע זכותים פונעם שבת ווי עליות לתורה, הוצאה והכנסה, הגבה גלילה, א.א.וו. זענען פארקויפט געווארן פאר קרוב צו טויזענט שעות רציפות און קרוב צו 2 טויזענט בלעטער גמרא.

מרן רבינו שליט"א האט גענאסן פון די מחזה הוד הויפענעס קוועלער פון הנאה און קורת רוח, צוזעהנדיג ווי זיינע געטרייע באליבטע תלמידים זענען משתוקק ללימוד התורה, און דאס איז זייער שטרעבן און ציל זייענדיגע צווישן די ישיבה ווענט אין די גאלדענע ישיבה גדולה יארן, און דאס גרויס התרגשות האט זיך שפעטער שטארק ארויסגעקענט ווען מרן רבינו שליט"א האט זיך ספעציעל פארבינדן מיטן חשוב'ן מנהל שליט"א, ארויסברעגנדיג רגשי לבבו פון די מעמד נפלא, און געבעטן פונעם מנהל צו אריבערברענגן לביתו נאוה קודש די נעמען - שמם ושם אמם - פון די תלמידים היקרים וועלכע האבן אפגעקויפט די זכותי השבת.

*

מיט א פלאמעדיגע אש התורה טרעטן תלמידי שיעור ב' אריין אין א פרישע תקופה אינערהאלב די חבורה קנין שלם, ווען מ'גרייט זיך אנצוהייבן די חזרה אויף די לימודים אין מסכת בבא בתרא די קומענדיגע וואך

כהכנה צום גרויסארטיגען לימוד החזרה ווי די תלמידים וועלן אנהייבן צו חזר'ן די מסכת אויף א אופן פון חזר'ן די לימודים פון די פארלאפענע יאהר, זענען די תלמידים דעם היינטיגן מיטוואך – ח''י טבת – אריינגעפארן קיין מאנטריאל אפצורעכטן א סדר הלימוד און א דערהויבענע תפלת שחרית אינעם הייליגן בית המדרש ווי רבינו הקדוש מיייסד הישיבה האט איינגעווארצלט די ערשטע קערענדליך פון קהילותינו ומוסדותינו הק' בקדושה וטהרה אחר שנות הזעם.

די תלמידים זענען אריינגעפארן אין די פריע פארטאגס שטונדן, אנקומענדיג צום בית מדרשינו אוהל אלימלך איז פארגעקומען כהכנה לתפלה א סדר הלימוד בלימוד החזרה אין מבכת בבא בתרא, און אנגעהויבן דעם פרישן סדר החזרה מיטן רעכטן פיס, שווימענדיג אינעם ים התלמוד בריתחא דאוריתא. און דערנאך האט מען אינאיינעם אפגעראכטן א דערהויבענע ווארימע תפלת שחרית בצוותא חדא אינעם מסוגל'דיגן הייליגן בית מדרש.

נאך תפלת שחרית האבן איינע פון די תלמידים מסיים געווען א מסכת, און דאן איז פארגעקומען אינעם עזרת נשים א מסיבת לחיים ופת שחרית לרגל די יומדהל"ק פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע ולרגל די יארצייט פון הרה"צ רבי מרדכי סג"ל זצ"ל בנו יקירו פון רבינו הק' זי"ע, ווי די תלמידים האבן זיך געוואשן און פארברענגט בשבת אחים.

בעת די מסיבה האט מען אינאיינעם געזינגען מיט גרויס התעוררות די ניגון אהבה רבה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל מתתי' קאהן שליט"א ראש כולל ערב בקהילתינו הק' אין מאנטריאל, וועלכע האט בנועם שפתיו ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע שאיפה פון רבינו הק' זי''ע אויפצושטעלן תלמידים הגונים, און וויאזוי א לערנען דארף אויסזעהן בעמקות ובהבנה יתירה, און אויך ארויסגעברענגט ווי שטארק מ'דארף מחשיב זיין אז מ'האט די זכי' צו זיין אפגעזינדערט פון די רוישיגע גוי'שע גאסן, און לערנען בישיבה של רבי אינעם הייליגן שטעטל, און שטארק ארומגערעדט איבער די יעצטיגע ימי השובבי"ם וועלכע מען געפינט זיך אצינד, און וויאזוי מ'דארף אויסנוצן די טעג.

דערנאך האט אויפגעטרעטן די חשוב'ע מגי"ש הרה"ג רבי חיים סג"ל קרויס שליט"א, וועלכע האט שטארק מחזק געווען די בחורים צו אויסנוצן די פרייע צייטן בלימוד התורה, אויך האט ער ארויסגעברענגט די התקשרות פון רבותיה"ק צם הייליגן בני יששכר וצדיקי בית דינוב נ"ע, און ארומגערעדט איבער דאס חשיבות און נאסטאלגיע פונעם הייליגן ביהמ"ד ווי רבינו הק' האט געשטעלט די ערשטע טריט פאר הרבצת התורה.

*

אזוי אויך איז פארגעקומען נאכ'ן דאווענען בהיכל הישיבה א מסיבת לחיים ופת שחרית פאר תלמידי שיעור א' און תלמידי שיעור ג', לרגל די יארצייטן פונעם הייליג'ן בני יששכר זי"ע און הרה"צ רבי מרדכי זי"ע, ווי עס האט אופגעטרעטן הרה"ג המשפיע רבי אלימלך סג"ל לאווען שליט"א בסיפורי צדיקים, און ארויסגעברענגט געוואלדיגע שטריכן פון וואס מ'קען זיך ארויסלערנען פון די צדיקים.

  • simcha
  • muzon
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Manage Preferences
Developed by Quickwit Tech