מתאחדת - מיטוואך שמות תשפ"ו #1064

Top Banner

דברות קודש בעת רעוא דרעוין

שב"ק פר' ויחי תשפ"ו

צו הערן

שיחות קודש

מוצש"ק ויחי תשפ"ו

צו הערן

הרה"צ רבי יצחק אייזיק סג"ל שליט"א

בן כ"ק מרן רבינו שליט"א

סעודה שלישית פר' ויחי

בהיכל ישיבה גדולה תורת משולם פייש קרית יואל

צו הערן

הרב הגאון דומ"ץ דקהלתינו קרית יואל שליט"א

בבית מדרשינו קרית יואל

בהלכות שבת בהקדם שיעור בפירוש התפלה - ב' שמות

צו הערן

הרה"ג ר' יואל פילאפף שליט"א

מו"ץ בקריתינו הק'

הלכות פת הבא בכיסנין - א' שמות

צו הערן

הרה"ג ר' אלימלך סג"ל לאווען שליט"א

ר"מ ומשפיע בישיבה גדולה אור החיים בקריתינו הק'

מוסר ואגדה - ד' פר' ויחי

צו הערן

הרה"ג ר' לייב קופטשיק שליט"א

משגיח בישיבה גדולה אור החיים בקריתינו הק'

בענין מדת החסד בימי השובבי"ם - א' שמות

צו הערן

קהל אור החיים

  • moduos

 

קרית טאהש

  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

ביהמ"ד אברכים בקריתינו הק'

  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

ישיבה גדולה אור החיים בקריתינו הק'

  • moduos
  • moduos
  • moduos

 

ישיבה קטנה אור החיים בקריתינו הק'

  • moduos

 

קרית יואל

  • moduos

ישיבה גדולה אור החיים – קרית טאהש:


הערליכע דרשה ליל ניטל בהיכל הישיבה


די פארגאנגענע ליל ניטל, איז פארגעקומען א ספעציעלע דרשה בהיכל הישיבה, דורך האי ידען נפלא הרה"ח ר' בערל וויינבערגער הי"ו פון מאנטריאל, וועלכע האט בצויבערט די תלמידים מיט הערליכע ידיעות און פלאות.

די בעל דרשן האט במשך זיין דרשה ארומגערעדט פארשידענע ידיעות פון די מהלך החמה והלבנה, און אויך פארציילט שטוינענדע געשיכטעס און היסטאריע אלעס ארום די שוידערליכע צווייטע וועלט מלחמה, פון וואס די תלמידם האבן זייער הנאה געהאט און קונה געווען גאר טרעפליכע ידיעות.

*


תלמידי שיעור ג' לערנען מיט א עמקות די שווערע סוגיא פון הל' ריאה ואונותיה אין הל' טריפות


די לעצטע 2 וואכן טוט זיך א ריתחא דאוריתא צווישן די תלמידי שיעור ג', בעת מען לערנט יעצט די שווערע און טיפזינגע סוגיא פון הל' ריאה ואונותיה וואס די הלכות זענען זייער פארצווייגט, און ווי צוגעוואינט בעת מען לערנט די הלכות זענען דא פיל ספרים און בילדער וועלכע זענען מבאר די סוגיא צו פארשטיין קלאר די מציאות, איז אבער אנדערש ביי די סוגיא, אז עס זענען נישט פארהאן קלארע הסברים דערויף, און עס איז זייער שווער געווען ביים לערנען צו פארשטיין די מציאות אין די לימודים.

האלטענדיג פאר די אויגן די ציל פון לערנען די הלכות אויף א אופן לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא און עס פארשטיין עד הסוף, האט די געטרייע הנהלת הישיבה אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו באקומען א ריאה, און א דאנק די השתדלות פונעם חשוב'ן בודק הרה"ג ר' יוסף אשר געלב שליט"א, איז געלונגען צו צייגן פאר די תלמידים א עכטע ריאה, און בהשגחה פרטית האט די ריאה געהאט פארשידענע הלכה'דיגע פראבלעמען, וואס דאס האט שטארק ארויסגעהאלפן זיך צו דערקענען לעבעדיגערהייט מיט די הלכות וואס מ'לערנט, און גרינטליך ארויסהאבן די הלכה למעשה.

*


תלמידי הישיבה גרייטן זיך צום דערהויבענע שבת התוועדות 'חבותא קדישתא'


מיט א פלאם און פייער בקדושת השבת גרייטן זיך די תלמידי הישיבה, צום געפלאנטען דערהויבענעם שבת התוועדות וועלכע עס וועט פארקומען אין א אפגעזינדערטע ארט דעם קומענדיגען שב'ק פר' וארא, ווי מ'וועט פראווענען א שבת בצוותא חדא אויף א דערהויבענעם פארנעם, אינאיינעם מיט די חשוב'ע מרביצי תורה שליט"א.

דער שבת וועט זיין איין שטיק חטיבה אחת פון חיזוק התעוררות און א פלאם בקדושת השבת, אבער איינע פון די גאר שטארקע צילן פון די דערהויבענעם שבת איז געוויס צו מחזק זיין די פולע חבורות וועלכע עס פארקערפערן בין כולי הישיבה, פארשידענע חבורות יעדע איינע מיט זיין ציל זיך צו משלים זיין מיט נאך מסכתות הש''ס מיט נאך מקצועות הלכה, איבער'חזר'ן די אלטע לימודי הישיבה, אלעס אין פארשידענע פריוואטע צייטן שלא בסדרי הישיבה, און די שבת וועט אוודאי אריינבלאזן א גייסט פול מיט חיות ווייטער אנצוגיין ביתר שאת וביתר עוז.

אינערהאלב די נייע פראיעקט פון חבורת אזמר בשבחין - וועלכע עס ווערט אנגעפירט דורך עטליכע תלמידי הישיבה, און עס ווערט כסדר אויסגעלערנט הערליכע ניגונים פון די אלטע היים, גרייט מען זיך ספעציעל צו דעם שבת המרומם ווי מ'לערנט זיך אויס א רייע פון הערליכע געקליבענע ניגוני שבת, וואס מ'וועט אינאיינעם זינגען ביי די באטע ליל שב''ק, און ביי פארשידענע געלעגנהייטן במשך דעם שב"ק.

עקסטער קוקן די תלמידים ארויס אויף די מכירת העליות וזכותים במשך דעם שבת וועלכע עס וועט פארקויפט ווערן פאר טויזענטער בלעטער תורה.

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim

 

פארגאנגענעם דינסטאג פר' ויחי ביינאכט איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך צום נייעם פאבריק פון השותפים החשובים מוה"ר שמואל יעקב פעלבערבוים הי"ו, און זיין שותף מוה"ר ישעי' בנימין קרויס הי"ו, מעסקני חצרות קדשינו, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם פאבריק, געקלאפט מזוזות, און געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די בעלי בתים ברכה והצלחה און סייעתא דשמיא.

  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • mamudim
  • simcha
  • simcha
  • muzon
uyh@ichudtosh.com https://ichudtosh.com/donate Beor Hachaim
Misachedes@ichudtosh.com Misachedes
845.351.8674
079.704.0074
514.500.8674
0.333.015.0715
718.451.8674 Phone Book
Advertising PhoneBook@ichudtosh.com Fix Info https://ichudtosh.com/fixes Add name https://ichudtosh.com/book Phone Book
Manage Preferences
Developed by Quickwit Tech