זאת חנוכה תשפ"ו בצל הקודש
זונטאג פר' ויגש ביינאכט - ליל זאת דחנוכה איז דער רבי אריינגעקומען צו הדלקת נרות חנוכה בהיכל ביהמ"ד הגדול.
מיט די זמירות זענען מכובד געווארן: הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א, הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, אב"ד טאב שליט"א, דומ"ץ טאב שליט"א, הרה"ג ר' מיכל מאסקאוויטש שליט"א מרבני בית מדרשינו מאנטריאל.
נאך די זמירות איז פארגעקומען די הערליכע כאאר דורך תלמידי ישיבתינו הקדושות, אנגעפירט דורך מוה"ר איתמר ארגעל הי"ו, ראש מקהלות המנגנים דחצרות קדשינו.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים, וואו מען האט געזינגן ווארימע ניגונים, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש. און דערנאך געוואונטשן לחיים, און מען האט ארויפגעשיקט די שיריים פארן גאנצן ציבור.
שפעטער האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן ריקודין עילאין, בספר חיים ברכה ושלום וכו'. דערנאך איז די גאנצע ציבור אריבער נעמען מטבעות חנוכה לשמירה ברכה והצלחה.
*
מאנטאג - ביום זאת חנוכה בשעה 6:30 אינדערפרי איז דער רבי ערשינען צו תפילת שחרית בהיכל ישיבה גדולה. דער רבי האט געצינדן ליכט און פארגעזאגט ברכות ביים עמוד. צו שחרית איז צוגעגאנגען הב' ישראל קרויס ני"ו, דער רבי האט פארגעדאווענט הלל מיט גרויס התעוררות און נעימות.
בעל קורא איז געווען הב' שמשון גוטמאן ני"ו, די עליות האבן עולה געווען כהן הב' דוד לאנדאוי ני"ו, לוי רבינו שליט"א, שלישי דער מנהל הרה"ג ר' שמעון יחיאל ראטה שליט"א, הגבה החתן אשר ענזיל געלב ני"ו, גלילה הב' יעקב חיים אמסעל ני"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד היום, ווי מען האט געזינגן ווארימע ניגונים, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בגודל קדושת היום זאת חנוכה, אלעס וואס מען האט אויסגעבעטן אין די הייליגע טעג ביי ונתנה תוקף ווערט יעצט אפגע'חתמ'עט, מען גייט ארויפגיין צום ציון הק' זאל מען אויסבעטן אלעס גוטס.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו, און פארטיילט לקח פאר אלע תלמידים.
ארום 8:55 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון הקדוש פון רבינו הקדוש זי"ע לאמירת כל ספר תהלים, דער רבי האט זיך אנגעלאנט אויפן ציון הק' עטליכע מינוטן, דערנאך אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים מיט גרויס התעוררות ברוב עם הדרת מלך, און גע'פועל'ט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל אמן.
בילדער
פון הדלקת נר זאת חנוכה וחלוקת מטבעות בצל הקודש
|